Adoração
A adoração é a resposta do coração humano à majestade de Deus. Deus é Espírito e importa que os que o adoram o adorem em espírito e em verdade — com todo o ser.
Adorar em espírito
Deus é Espírito e importa que os adoradores o adorem em espírito e em verdade. A adoração verdadeira brota do coração.
ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט.
נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים. ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער. איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן. נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים.
און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים.
דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג-ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן:
צום האר דיין ג-ט זאלסטו זיך בוקן,
און נאר אים אליין זאלסטו דינען.
(דברים י, כ.)
איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.
איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה. און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.
ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג-ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג-ט. (ישעיהו מה, כג.)
Louvor e reverência
Vinde, adoremos e prostremo-nos. Louvai ao Senhor! Todo ser que respira louve o nome glorioso do Senhor.
Declarações de adoração
Tu és digno, Senhor, de receber glória e honra! Ao Senhor pertence a grandeza, o poder, a glória e a majestade.
ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג-ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.
און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.
ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.
און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן. און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!
דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען, כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד, און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג-ט דעם פאטער.
Sacrifício de louvor
Por meio de Jesus ofereçamos sempre sacrifício de louvor. Cantai ao Senhor, celebrai em salmos — enchei-vos do Espírito.
לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען.
דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד; ווארום אונדזער ג-ט איז א פארצערנדיק פייער.
רעדנדיק איינער מיט דעם אנדערן מיט שירות ותשבחות און רוחניותדיקע שירים, און זינגט און שפילט אין אייער הארץ צום האר;
זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.
ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי,
געלויבט איז דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג-ט פון יעדער נחמה; וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.
וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח;
Adoração como vida
Exaltai ao Senhor, prostrai-vos ante o escabelo dos seus pés. A adoração genuína transforma o adorador e agrada o Criador.
Falsa adoração
Não terás outros deuses diante de mim. Não adorarás ídolos. A adoração exclusiva ao Senhor é mandamento inegociável.
און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים:
צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים
און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר,
אָ בית ישראל?
און איר האט אויפגענומען דאס געצעלט פון מולך
און דעם שטערן פון דעם ג-ט רמפן (ראמפאן),
די בילדער, וואס איר האט געמאכט,
זיך צו בוקן צו זיי.
און איך וועל אייך פארטרייבן אויף יענער זייט בבל.
(ירמיהו ז, יח; יט, יג; עמוס ה, כה-כז.)
זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל, און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.
זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן כפירה (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון, וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג-ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג-ט.
Exemplos de adoração
Jó adorou em meio ao sofrimento. Esdras adorou na restauração. Paulo e Silas adoraram na prisão — e Deus respondeu.
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.