Publicidade

O adultério

Por Bíblia Online

O adultério é pecado grave que destrói alianças, famílias e vidas. A Bíblia condena firmemente a infidelidade conjugal e chama à pureza, fidelidade e santidade no casamento.

A lei de Deus

Não adulterarás. Quem comete adultério destrói a própria alma. A Palavra de Deus é clara e direta sobre este pecado.

Jesus ensina

Quem olhar para uma mulher com intenção impura já adulterou no coração. Jesus elevou o padrão da pureza.

איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן! איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.

איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.

מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.

און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר; און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות.

יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.

האבן זיי צו אים געזאגט; רבי, די דאזיקע פרוי איז געכאפט געווארן אין זנות, בשעת מעשה. און אין דער תורה האט אונדז משה (רבינו) געבאטן, אזעלכע (פרויען) צו שטייניקן; וואס זשע זאגסטו? און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד. און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין. און ווידער האט ער זיך איינגעבויגן און געשריבן אויף דער ערד. ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט. און יהושע/ישוע האט זיך אויפגעשטעלט, און צו איר געזאגט: אשה, וואו זענען זיי, דיינע באשולדיקער? האט דיך קיינער נישט פארמשפט? האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)

Armadilhas e consequências

Os lábios da mulher estranha destilam mel, mas o seu fim é amargo. Fuja da imoralidade — o adultério escraviza.

אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף.

איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש. ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט.

באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט, עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות, קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.

די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעטנישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.

ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות; אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;

איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.

און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות. זע, איך ווארף זי אויף א קראנק בעט, און די, וואס זענען מיט איר מזנה, אין א גרויסער צרה אריין, ווען זיי וועלן נישט תשובה טאן פון אירע מעשים.

Seja o primeiro
Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-