Agradecimento a Deus
Agradecer a Deus é louvor, adoração e reconhecimento da sua soberania. Dai graças ao Senhor porque Ele é bom — a sua misericórdia dura para sempre!
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
איך דאנק מיין ג-ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך,
און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג-ט דעם פאטער דורך אים.
מיר דאנקען ה׳ תמיד פאר אייך אלעמען, געדענקענדיק אייך אין אונדזערע תפילות; אָן אויפהער דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג-ט און פאטער;
איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע;
אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.
און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז.
רעדנדיק איינער מיט דעם אנדערן מיט שירות ותשבחות און רוחניותדיקע שירים, און זינגט און שפילט אין אייער הארץ צום האר; גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג-ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח; און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.
און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש.