Publicidade

Agradecimento

Por Bíblia Online

O agradecimento é a linguagem natural do cristão. Em tudo dai graças! A gratidão a Deus transforma a perspectiva, fortalece a fé e produz alegria em todos os tempos.

Dar graças sempre

Em tudo dai graças, porque esta é a vontade de Deus em Cristo Jesus para convosco. A gratidão é atitude fundamental.

זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן.

גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג-ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח;

און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר. זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג-ט דעם פאטער דורך אים.

און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.

זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג-ט דעם פאטער דורך אים.

האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק;

זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.

Louvor e gratidão

Entrai pelas portas com ação de graças. Rendei graças ao Senhor porque Ele é bom e a sua bondade dura para sempre.

Expressões de gratidão

Graças a Deus pelo seu dom inefável! A gratidão se expressa em oração, louvor e generosidade para com os outros.

א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!

כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז.

אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע;

קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג-ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט.

צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן.

אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.

מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,

איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג.

הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות;

דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד;

(דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט.

און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!

און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז! און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!

איך דאנק מיין ג-ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך,

Seja o primeiro
Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-