Pular para o conteúdo
Publicidade

Ajuda para casais

Por Bíblia Online

Deus fortalece casamentos. A Bíblia oferece sabedoria prática para casais: comunicar com verdade, perdoar com graça, servir com amor e buscar a Deus juntos.

Amor e respeito

Maridos, amai vossas mulheres. Mulheres, respeitem seus maridos. O amor mútuo edifica o casamento.

איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר,

דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.

אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה;

דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן.

צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט.

זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.

יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.

União e fidelidade

O que Deus ajuntou não separe o homem. Eu e minha casa serviremos ao Senhor. A fidelidade é alicerce do casamento.

דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.

די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעטנישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.

איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר. איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי.

און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.

קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות; פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);

Perdão e paciência

Sede bondosos e compassivos uns com os outros. O amor é paciente, benigno. Permanece e persevera.

די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.

און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן; נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב.

זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי. שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.

גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין; נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס.

זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.

קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

Seja o primeiro