Publicidade

Amor ao próximo

Por Bíblia Online

O amor ao próximo não é opcional — é mandamento. Amarás o teu próximo como a ti mesmo. A lei inteira se cumpre nesta palavra. O amor ao próximo é prova do amor a Deus.

איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;

דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט.

זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה.

זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג.

זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.

און אייך זאל דער האר מערן און איבערפליסן אין דער ליבע איינער צום אנדערן און צו אלעמען, ווי אויך אונדז צו אייך;

זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן. פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט. געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.

דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;

קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות; פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן); און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.

ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;

יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט. דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.

דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.

געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳. ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-