amor de Deus
O amor de Deus é a maior realidade do universo. Ele nos amou com amor eterno, incondicional e sacrificial — e nada no mundo pode nos separar desse amor.
Amor eterno
Deus amou o mundo de tal maneira que deu o seu Filho. Seu amor é de eternidade a eternidade — nunca falha.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.
ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Natureza do amor divino
Deus é amor. O amor é paciente, benigno. O amor do Pai nos adota como filhos e nos transforma à sua imagem.
געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳. ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.
דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים. אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד. געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן.
און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.
מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט. ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;
Expressões do amor de Deus
O Senhor nos ama com alegria e canta sobre nós. Queni a mim vem, amará; e quem me ama, o Pai o amará.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט, אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—
זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג-ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.
און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.