Amor fraternal
O amor fraternal é marca dos discípulos de Cristo. Nisto conhecerão que sois meus discípulos: se tiverdes amor uns aos outros.
Amar uns aos outros
Este é o meu mandamento: que vos ameis uns aos outros como Eu vos amei. O amor fraternal é testemunho ao mundo.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.
דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט.
קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.
ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;
מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.
דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.
געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.
אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד. געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן. ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז;
ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודער—איז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט. און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.
Expressões de amor fraternal
Amai-vos com afeição fraternal. O amor cobre multidão de pecados. Perseverai no amor fraterno.
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה.
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)
און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן;
זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן. פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט. געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג-ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.)
דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;