Amor próprio
O amor próprio saudável reconhece o valor que Deus nos deu. Fomos criados à imagem de Deus, maravilhosamente formados. Aceitar-se é honrar o Criador.
איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)
צי פארקויפט מען דען נישט פינף פייגעלעך פאר צוויי איסרים? און קיין איינס פון זיי איז נישט פארגעסן פאר ה׳. נאר אפילו די האר פון אייער קאפ זענען אלע געציילט. האט נישט קיין מורא! איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.