Amor verdadeiro
O amor verdadeiro vem de Deus. Não é emoção passageira — é decisão, sacrifício e compromisso eterno. O perfeito amor lança fora o medo e nunca deixará de existir.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.
אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.
ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה.
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן.
ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.
מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,