Publicidade

Amor

Por Bíblia Online

O amor é o maior mandamento e a essência de Deus. Deus é amor. Nós amamos porque Ele nos amou primeiro. O amor cristão é sacrificial, incondicional e eterno — refletindo o coração do Pai.

Deus é amor

Deus é amor. Quem permanece no amor permanece em Deus. Nós amamos porque Ele nos amou primeiro — com amor eterno.

געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳. ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.

געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.

ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.

און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים. דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט. מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע.

און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.

מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט.

מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט. ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודעראיז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט.

געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן.

ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז;

און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.

דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.

דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.

מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.

ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;

זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.

ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.

Amor de Deus

Deus prova o seu amor em que Cristo morreu por nós. Deus amou o mundo de tal maneira que deu o seu Filho unigênito.

אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.

קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.

ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער! אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער.

דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט.

אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!

ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים. זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש-קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים. ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.

א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.

O maior mandamento

Amarás ao Senhor de todo o coração e ao próximo como a ti mesmo. Estes são os maiores mandamentos — neles se resume toda a lei.

און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג-ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.)

און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג-ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.) אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט די גאנצע תורה, און די נביאים.

און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!

דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.

איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;

און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג-ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.) דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן.

O amor que não falha

O amor é paciente, é benigno. Tudo sofre, tudo crê, tudo espera, tudo suporta. O amor jamais acaba.

די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז.

די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.

און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.

און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.

און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.

און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.

נאר ווי עס שטייט געשריבן:

וואס אויג האט נישט געזען,

און אויער האט נישט געהערט,

און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן,

דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב.

(ישעיהו סד, ג.)

זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.

זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.

Amor inseparável

Nada poderá nos separar do amor de Deus. Nem morte, nem vida, nem anjos — absolutamente nada.

ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.

ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.

זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.

זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.

זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן. האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;

האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;

זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה.

Viver no amor

Revesti-vos de amor, que é vínculo da perfeição. O amor cobre multidão de pecados e edifica a comunidade.

און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.

פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן); און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.

אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט; אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע,

מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע,

איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט,

און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטענדיקייט, כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח, אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.

ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)

און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.

קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)

Expressões de amor

O amor há de ser eterno como o grande Rei. Como a esmeralda reluz, assim brilha o amor que vem de Deus.

איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-