Publicidade

Anjos

Por Bíblia Online

Os anjos são seres celestiais criados por Deus para servir, adorar e executar seus propósitos. A Bíblia revela anjos mensageiros, guerreiros e protetores ao longo de toda a história redentora.

און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.

און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן. ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן.

אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?

און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע,

און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;

כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן,

און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן

אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!

אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.

און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער; וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.

זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן. פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט.

אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל.

און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.

ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל; דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר.

דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים.

ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-