Ano novo
O Ano Novo é oportunidade de renovação e consagração. A Bíblia convida a esquecer o que ficou para trás e avançar em fé, confiança e esperança em Deus.
ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע.
נישט אז איך האב שוין דערגרייכט, אדער בין שוין פולקום געווארן; נאר איך יאג נאך, אפשר וועל איך אויך דערגרייכן, ווי איך בין דערגרייכט געווארן פונם משיח יהושע/ישוע. ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע. דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן;
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!
געלויבט זאל זיין דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.
ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה. יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.
איצט קומט איר, וועלכע זאגן: היינט אדער מארגן וועלן מיר פארן אין דער און דער שטאט אריין און דארטן פארבלייבן א יאר און האנדלען און פארדינען; און איר ווייסט דאך נישט, וואס מארגן וועט זיין! וואס איז אייער לעבן? ווארום איר זענט א נעפל, וואס באווייזט זיך אויף א וויילע און שפעטער ווערט ער פארשווונדן. (לוקאס כד, לא.) אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע. און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז. דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.