Arca da aliança
A Arca da Aliança era o símbolo mais sagrado de Israel — representava a presença de Deus no meio do seu povo. Sobre ela brilhava a glória do Senhor entre os querubins.
אבער אויך דער ערשטער (בונד) האט געהאט דינים פון עבודה און א וועלטלעך מקדש. ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש; און פון אינעווייניק פון צווייטן פרוכת א משכן, וואס האט געהייסן קדשי קדשים, וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית, און פון אויבן, (איבער דעם ארון) די כרובים פון הערלעכקייט, וואס האבן באשאטנט דאס כפורת, וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן איינצלהייטלעך.
און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.