Publicidade

Arca de noé

Por Bíblia Online

A arca de Noé é história de salvação e fidelidade. Deus instruiu Noé a construir a arca para salvar sua família e os animais do dilúvio — exemplo supremo de obediência e fé.

דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.

וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער; דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן; וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.

מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש, מחמת ווי אין יענע טעג פארן מבול האבן זיי געגעסן און געטרונקען, חתונה געהאט און חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגאנגען אין דער תיבה, און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש. דעמאלט וועלן צוויי זיין אין פעלד; איינער ווערט מיטגענומען, און איינער איבערגעלאזט. צוויי פרויען וועלן מאלן אויף דער מיל; איינע ווערט מיטגענומען, און איינע איבערגעלאזט.

Seja o primeiro
Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-