Ascensão
A ascensão de Jesus ao céu é a coroação de sua obra redentora. Ele subiu à destra do Pai, de onde voltará com poder e glória para buscar os seus.
און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.
און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער; וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.
און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)
און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית-היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט. און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך.
באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער.
איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג-ט און אייער ג-ט.
יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט.
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.