Bíblia
A Bíblia é a Palavra de Deus — viva, eficaz e mais cortante que espada de dois gumes. Toda Escritura é inspirada por Deus e útil para ensinar, repreender, corrigir e instruir em justiça.
Inspiração divina
Toda Escritura é inspirada por Deus. Homens santos falaram da parte de Deus movidos pelo Espírito Santo.
אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כדי דער מענטש פון ג-ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.
און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כדי דער מענטש פון ג-ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.
וויסנדיק דאס דאזיקע קודם כל, אז קיין נבואה פון די כתבי (הקודש) קען נישט האבן קיין פריוואטן פירוש. ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)
גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת.
רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.
ביז איך וועל קומען, גיב אכטונג אויף דעם לייענען, אויף דעם מוסר זאגן, אויף דער לערנונג.
Poder da Palavra
A Palavra de Deus é viva e eficaz. O céu e a terra passarão, mas as minhas palavras jamais passarão.
ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:
נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,
נאר פון יעדן ווארט,
וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.
(דברים ח, ג.)
הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת.
איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
דעם האר (ג-טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.
(ישעיהו מ, ח.)
און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.
Estudar e pregar
Os bereanos examinavam as Escrituras diariamente. Procura apresentar-te a Deus aprovado como obreiro que maneja bem a Palavra.
און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.
און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש), אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח.
און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט? האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים. און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע:
ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן;
און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום,
אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;
און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.
און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט! צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין? און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.
און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד. גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!
Revelação e fidelidade
A Palavra do Senhor veio aos profetas. A graça de Deus se manifestou na Escritura para a salvação de todos.
Viver pela Palavra
Não só de pão vive o homem. Nada acrescentes nem diminuas. A Palavra é alimento, guia e espada do cristão.
איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר; און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.
איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה; וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח. נאר אפילו ווען מיר (אליין), אדער א מלאך פון הימל, זאל אייך אנזאגן א בשורה אויסער דער, וואס מיר האבן אייך אנגעזאגט, זאל ער זיין אין חרם. אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם.
און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן, ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג.
ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.
וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן? און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.) אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.) אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.
ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך. ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן, ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)
און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳. דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע. דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.
ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.
און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה, רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט; אבער פאר די גערופענע אליין, סאי יידן סאי גריכן, משיח די גבורה פון ה׳ און די חכמה פון ה׳.
ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)