Publicidade

Bom ânimo

Por Bíblia Online

Tende bom ânimo! Jesus repetiu estas palavras aos seus discípulos em meio às tempestades. No mundo tereis aflições, mas Ele já venceu o mundo — e nos dá coragem para enfrentar tudo.

דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.

ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.

איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.

יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!

ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס;

און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!

דעריבער זענען מיר תמיד געטרייסט און ווייסן, אז כל זמן מיר וואוינען אינם גוף, זענען מיר נישט אינדערהיים ביי דעם האר.

דערפאר, מענער, האט מוט; ווייל איך גלויב ה׳, אז עס וועט זיין פונקט אזוי, ווי עס איז מיר געזאגט געווארן.

זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;

מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, איר, וואס זענט איצט אויף א קליינער וויילע טרויעריק, ווען עס מוז זיין, אין פארשיידענערליי נסיונות,

ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג; דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער.

דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג.

טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.

זענען מיר דעריבער געטרייסט געווארן, ברידער, מיט אייך, אין יעדער באדריקונג און צרה אונדזערער, דורך אייער אמונה;

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-