O que é bom
O que é bom vem de Deus. A Bíblia celebra a bondade divina e nos convida a discernir, praticar e desfrutar tudo o que é bom — porque toda boa dádiva vem do Pai das luzes.
אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג;
איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן; פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג-טספארכטיקייט און ערווירדיקייט. דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל,
ווייל איטלעכעס באשעפעניש פון ה׳ איז גוט (הערה: פסוק זאגט "גוט"; נישט "עסנווארג"), און גארנישט איז אפצוווארפן, אויב מען נעמט עס נאר אָן מיט א ברכה, ווארום עס ווערט געהייליקט דורך ה׳ס ווארט און דורך תפילה.
יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.