A carne
A carne representa a natureza pecaminosa que milita contra o Espírito. A Bíblia ensina que os que pertencem a Cristo crucificaram a carne com suas paixões e desejos.
Carne versus Espírito
Os que são segundo a carne inclinam-se para as coisas da carne. O nascido da carne é carne; o nascido do Espírito é Espírito.
ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן. ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום; ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט; און די, וואס זענען אינם פלייש, קענען נישט געפעלן ה׳.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט. ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש; כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.
ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן. ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.
אזוי ארום געפין איך דאס געזעץ, ווען איך וויל טאן דאס גוטע, אז דאס שלעכטע איז ביי מיר. ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳; איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים.
ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.
דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט.
דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
Vencer a carne
Andai no Espírito e não cumprireis os desejos da carne. Os que são de Cristo crucificaram a carne com suas paixões.
איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.
באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט, עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות, קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.
ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.
ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן.
ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט.
אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח;
האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך.
און דאס דאזיקע זאג איך, ברידער, אז בשר ודם קען נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳; אויך וועט דאס פארדארבלעכע נישט ירשענען די אומפארדארבלעכקייט.