Casa de Deus
A casa de Deus é lugar de adoração, refúgio e encontro com o Sagrado. A Bíblia exalta o tabernáculo, o templo e a igreja como morada do Altíssimo entre seu povo.
A presença de Deus
Quão amáveis são os teus tabernáculos! Uma coisa pedi ao Senhor: habitar na casa do Senhor todos os dias da minha vida.
O templo
Minha casa será chamada casa de oração. O zelo da tua casa me consumiu. O verdadeiro templo é o corpo do cristão.
און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן; און זאגט צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט גערופן ווערן א בית תפילה! (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א הייל פון גזלנים. (ירמיהו ז, יא.)
און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. און האט געפונען אין בית המקדש די פארקויפער פון רינדער און שאף און טויבן, און די געלט וועקסלער זיצן. און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט; און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר. זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן:
דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט.
(תהלים סט, י.)
אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין,
און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג-ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת.
אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען. וועלכעס אונדזערע עלטערן מיט יהושע האבן גענומען און אויך אריינגעברענגט אין דעם אייגנטום פון די פעלקער, וואס ה׳ האט ארויסגעטריבן פון פאר אונדזערע עלטערנס פנים, ביז צו די טעג פון דוד; וועלכער האט געפונען חן ביי ה׳, און האט געבעטן צו געפינען א געצעלט פאר דעם ג-ט פון יעקב. שלמה אבער האט געבויט פאר אים א הויז. נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט:
דער הימל איז מיין טראן,
און די ערד—דאס פוסבענקעלע פאר מיינע פיס;
וואס פאר א הויז וועט איר מיר בויען?
זאגט דער האר (ג-ט);
אדער וועלכעס איז דאס ארט פון מיין מנוחה?
צי האט דען נישט מיין האנט
געמאכט די דאזיקע אלע זאכן?
(ישעיהו סו, א-ב.)