Casal
O casal cristão é parceria abençoada por Deus. Juntos são mais fortes. O amor mutual, a paciência e a submissão ao Senhor são os pilares do casamento que honra a Deus.
Unidos em Cristo
Eu e minha casa serviremos ao Senhor. O vínculo perfeito é o amor que tudo suporta e tudo espera.
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר. זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג-ט דעם פאטער דורך אים.
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.
דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.
דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן!
O projeto divino
Não é bom que o homem esteja só. Dois são melhores do que um — e o cordão de três dobras não se rompe facilmente.
Amor conjugal
Maridos, amai vossas mulheres. A mulher virtuosa é achada de Deus. Cresçam juntos em graça e verdade.
איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר,
אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה;
דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.)
יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.
דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן. צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט. זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט. זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס. און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה. יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.
גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין; נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס.
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן. ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן. עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.
ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש?
דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר.