Compaixão
A compaixão é o coração de Deus em ação. Ele é compassivo e misericordioso, tardio em irar-se e grande em amor. Somos chamados a refletir essa compaixão no mundo.
קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;
ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?
געלויבט איז דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג-ט פון יעדער נחמה; וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.
ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.
פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג-ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.