Publicidade

Comunhão com Deus

Por Bíblia Online

A comunhão com Deus é o propósito supremo da existência humana. Fomos criados para viver em intimidade com o Criador — e em Cristo, esse acesso é plenamente restaurado.

Em comunhão com Deus

Deus é fiel, pelo qual fostes chamados à comunhão de seu Filho. A comunhão com Deus é dom da graça e fruto da redenção.

יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.

צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך?

ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.

זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.

און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט:

איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי;

און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.

(ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.)

דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.

Presença divina

Eis que estou à porta e bato. O Senhor fez sua morada entre nós — e toda a criação é convidada à comunhão eterna.

אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר.

און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי,

מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.

און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט, כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. און דעם כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס פונקט ווי מיר זענען איינס. איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.

Viver na comunhão

Quem permanece nele e ele no Senhor, esse dá muito fruto. A comunhão com Deus produz transformação e alegria.

און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.

און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.

דורך דעם דאזיקן ווייסן מיר, אז מיר בלייבן אין אים, און ער אין אונדז: ווייל ער האט אונדז געגעבן פון זיין גייסט.

געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.

וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח;

און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.

זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳.

לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;

אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך. דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-