Comunidade
A comunidade cristã é essencial para o crescimento da fé. A Bíblia ensina que fomos criados para viver em comunhão — edificando-nos, encorajando-nos e servindo uns aos outros.
Viver em unidade
Os que creram eram um coração e uma alma. A comunidade primitiva partilhava tudo e vivia em harmonia e alegria.
און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.
און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.
די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.
פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳.
מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
Edificação mútua
Vivam em harmonia uns com os outros. Não haja divisões entre vós. A comunidade cresce quando cada membro contribui.
איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.
ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.
ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע, אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים.
דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען.
און דער ג-ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע;
און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס.
Amor e compromisso
Não deixemos de congregar. O vínculo perfeito é o amor — ele une a comunidade e produz frutos que duram.
און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים; נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
און זייט פלייסיק אפצוהיטן די אחדות פון דעם גייסט אין דעם קנופ פון שלום:
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן.
ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.
עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע. און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.
גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות.
באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.