Confiança
A confiança em Deus é âncora da alma em tempos de tempestade. Quem confia no Senhor não será abalado — porque o Deus fiel sustenta, protege e guia os que nele esperam.
Confiança inabalável
Tudo posso naquele que me fortalece. O meu Deus suprirá toda necessidade. Quem confia não será confundido.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
און מיין ג-ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע.
זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;
וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז?
נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Fundamento de confiança
Deus não é homem para que minta. Todas as suas promessas são firmes. Confiar em Deus é segurança absoluta.
אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט:
איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן,
איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן.
(דברים לא, ו.)
אזוי, אז מיר קענען זאגן בטחון פול:
דער האר (ג-ט) איז מיין העלפער,
איך וועל מיך נישט שרעקן;
וואס וועט א מענטש מיר טאן?
(תהלים קיח, ו.)
האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.
דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.
Confiar em todas as coisas
Não pertenço ao mundo — minha cidadania é do céu. A confiança cristã repousa na fidelidade de Deus, não nas circunstâncias.
טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.
קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;
און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;
און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.
געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.
Esperar com confiança
O Senhor está perto de todos os que o invocam. Na espera confiante encontramos descanso e direção divina.
זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.
נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט.
ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח.