Consolador
O Espírito Santo é o Consolador prometido por Jesus. Ele consola os aflitos, fortalece os fracos e nos assegura que nunca estaremos sós.
O Consolador prometido
Jesus prometeu: Eu rogarei ao Pai e Ele vos dará outro Consolador para que fique convosco para sempre.
און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק;
איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך.
דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט.
ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר;
איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך.
Consolo divino
Bendito seja o Deus de toda consolação. Ele nos consola em toda tribulação e enxuga toda lágrima de nossos olhos.
געלויבט איז דער ג-ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג-ט פון יעדער נחמה; וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.
ווייל פונקט ווי דעם משיחס ליידן פארמערן זיך אויף אונדז, אזוי פארמערט זיך אויך דורך דעם משיח אונדזער נחמה.
און דער ג-ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע;
זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.); ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)
וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.