Coração puro
Bem-aventurados os puros de coração, porque verão a Deus. A pureza de coração é alvo, privilégio e busca constante do cristão que deseja contemplar a face do Senhor.
Coração puro
Bem-aventurados os puros de coração. A pureza interior precede toda transformação externa e abre os olhos para ver a Deus.
וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
Purificar-se
Todo o que tem essa esperança em Cristo se purifica. O amor procede de coração puro, boa consciência e fé sincera.
און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.
געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז. און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.
דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;
אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ.
און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטענדיקייט, כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח, אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.
און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;