Deus nos chamou
Deus nos chamou antes da fundação do mundo. Ele nos conhece pelo nome, nos predestinou para sermos conforme a imagem de Cristo e nos capacita para o chamado.
Chamados por Deus
Os que Deus predestinou, também os chamou. O Seu chamado é irrevogável — fundamentado no propósito eterno e na graça abundante.
און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל. ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער; און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.
אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע, און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח,
דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן, און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה,
און דער ג-ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.
A resposta ao chamado
Ninguém pode vir a mim se o Pai não o atrair. Deus escolheu os fracos para confundir os fortes — e nos chamou para a luz.
קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע; נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג-ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע;
הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!
וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון; אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד;
און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש. ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג-ט וועט רופן.
Confirmando o chamado
Procurai tornar cada vez mais firme a vossa vocação. Deus começou a boa obra e a completará até o dia de Cristo.
דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען; ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.
זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;
מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.