Pular para o conteúdo
Publicidade

Dia das crianças

Por Bíblia Online

As crianças são preciosas aos olhos de Deus. Jesus as acolheu, abençoou e ensinou que delas é o Reino dos Céus — modelos de fé, pureza e humildade.

Jesus e as crianças

Deixai vir a mim as crianças. Jesus abraçou, abençoou e honrou as crianças como modelo de fé para os adultos.

יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.

אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים? און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים! דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.

גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.

ווי אבער די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזען די וואונדער, וואס ער האט געטאן, און די קינדער שרייען אין בית המקדש און זאגן: הושענא לבן דוד, זענען זיי צארנדיק געווארן, און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.)

באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין! און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי.

און האט גענומען א קינד, און עס אנידערגעשטעלט אין זייער מיט; און ער האט עס גענומען אויף זיינע ארעמס, און צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט.

Instruir e proteger

Instrui a criança no caminho de Deus. Elas são herança do Senhor — presentes sagrados que devemos educar com amor.

קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר. טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט.

קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק. האלט ערלעך דיין פאטער און מוטער, דאס איז דאס ערשטע געבאט מיט א הבטחה; כדי עס זאל דיר גיין וואויל, און דו זאלסט לעבן לאנג אויף דער ערד. (דברים ה, טז.) און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.

Seja o primeiro