Dificuldades
As dificuldades são parte da vida, mas Deus é refúgio certo em todo tempo de angústia. A Bíblia promete que nenhuma adversidade pode separar os filhos de Deus do seu amor.
Deus é refúgio
Deus é nosso refúgio e fortaleza, socorro bem presente nas angústias. Nada poderá nos separar do amor de Cristo.
ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד? ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט. ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Provisão nas dificuldades
O Senhor provê mesmo nos tempos mais difíceis. Ele sustentou Elias, protegeu Israel e cuida dos seus com fidelidade eterna.
Força nas provas
Em tudo somos atribulados, mas não esmagados. O Senhor é bom e é fortaleza no dia da angústia — Ele conhce os seus.
פון אלע זייטן ווערן מיר געדריקט, אבער נישט דערדריקט; מיר זענען פארדאגהט, זענען זיך אבער נישט מיאש; מיר ווערן גערודפט, אבער נישט פארלאזן; מיר ווערן אנידערגעווארפן, אבער נישט פארלוירן ווערן;
און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?
און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע? דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן?
און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג.
זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן.