Doença
A doença é realidade humana que a Bíblia confronta com compaixão e poder. Jesus curou toda enfermidade e prometeu ouvir a oração da fé pelos enfermos.
Jesus, o curador
Jesus percorreu toda a Galileia curando toda enfermidade e doença entre o povo. Pelo seu nome, curas continuam acontecendo.
און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט.
היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!
היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!
און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט; כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.)
א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!
און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!
און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן. און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.
Promessas de cura
Eu sou o Senhor que te sara. As Escrituras prometem cura para o corpo e para a alma aos que confiam em Deus.
געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה.
Oração pelos doentes
A oração da fé salvará o enfermo. Confessai as ofensas uns aos outros e orai uns pelos outros para serdes curados.
איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר; און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.
איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר; און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.
זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.
און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן. פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר. און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר. דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור.
Esperança na aflição
Ele tomou sobre si as nossas enfermidades. Mesmo na doença, o coração alegre serve de bom remédio e Deus dá esperança.
נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה; און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע.
טרינק נישט מער קיין וואסער, נאר געברויך אביסל וויין צוליב דיין מאגן און די אפטע שלאפקייטן דיינע.
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.