Domínio próprio
O domínio próprio é fruto do Espírito e marca de maturidade espiritual. A Bíblia ensina que quem governa o próprio espírito é melhor do que quem conquista uma cidade.
Fruto do Espírito
O fruto do Espírito inclui domínio próprio. A graça de Deus nos ensina a viver de maneira sóbria e justa neste mundo.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה, ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.
ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן, און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג-טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט, און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג-ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,
ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.
און צוליב דעם זעלביקן סיבה, איר מוזן מאכן אלע מי צו צוגעבן צולייגן אין דער אמונה אייערער די גוטע מידה; און צו דער גוטע מידה דאס וויסן; און צום וויסן די שליטה איבער זיך; און צו דער שליטה איבער זיך די סבלנות; און צו סבלנות יראת שמים; און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע.
Governar a si mesmo
Melhor é o que domina o seu espírito do que o que toma uma cidade. A cidade sem muros é o homem sem domínio próprio.
צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען. און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע. דעריבער לויף איך אזוי, נישט ווי אין דער פינסטער; אזוי באקס איך, נישט ווי איינער, וואס שלאגט די לופט; נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה).
קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
Disciplina e vigilância
Sede sóbrios e vigilantes. O diabo anda em derredor como leão rugidor. A sobriedade nos protege e fortalece.
זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען; שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט.
אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;
דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד; כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף. ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות; אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן; זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע.
אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;
O senhorio de Cristo
Todo domínio pertence a Cristo. Ele é Senhor dos senhores e Rei dos reis — e nos capacita a viver em santidade.
וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון; אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד;
וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען, העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא;
ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.
וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים.
און די, וואס זענען אינם פלייש, קענען נישט געפעלן ה׳. אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן. און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען. נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג-ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט. ווארום ער דארף קעניגן, ביז ער וועט לייגן אלע זיינע פיינט אונטער זיינע פיס. (תהלים קי, א.)