Esperar no Senhor
Esperar no Senhor é ato de fé e confiança. A Bíblia promete que os que esperam em Deus renovam as forças, recebem direção e experimentam a fidelidade divina no tempo certo.
Renovar as forças
Os que esperam no Senhor renovam as forças. Sobem como águias, correm e não se cansam, caminham e não se fatigam.
Espera paciente
Esperei com paciência no Senhor e Ele se inclinou para mim. Confie nele e descanse — Ele agirá no tempo certo.
Confiança e perseverança
Confie no Senhor de todo o coração. Sede pacientes na tribulação — o Senhor é fiel e cumprirá todas as suas promessas.
און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות; און סבלנות צו דערפארונג, און די דערפארונג צו האפענונג;
געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;
זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן. זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט.
זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג-ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)
און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס; ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט. ווייל:
יעדעס פלייש איז ווי גראז,
און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז.
פארטריקנט ווערט דאס גראז,
און די בלום פאלט אראפ;
דעם האר (ג-טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.
(ישעיהו מ, ח.)
און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.
דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.
דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן. און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע. מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל. די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן. און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן. ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן! דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן. און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס. און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך. און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן. און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף! ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט! וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.