Pular para o conteúdo
Publicidade

Evangelização

Por Bíblia Online

A evangelização é a missão suprema da Igreja. Jesus mandou: ide por todo o mundo e pregai o evangelho a toda criatura. O evangelho é poder de Deus para a salvação de todo aquele que crê.

A Grande Comissão

Ide, fazei discípulos de todas as nações. Jesus confiou a seus seguidores a missão de levar a boa notícia ao mundo inteiro.

גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.

און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.

נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.

איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן.

איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן.

מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז. אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!

O poder do evangelho

O evangelho é poder de Deus para a salvação. A fé vem pelo ouvir, e o ouvir pela Palavra de Cristo.

ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך.

אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.

ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים.

און איך לאז אייך וויסן, ברידער, (נאכאמאל) די גוטע בשורה, וואס איך האב אייך אנגעזאגט, וועלכע איר האט אויך אנגענומען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט, דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט.

צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

Testemunhar e proclamar

Estai sempre preparados para responder com mansidão a todo aquele que pedir razão da vossa esperança.

דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;

דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.

אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים.

ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן:

איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער,

אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד.

(ישעיהו מט, ו.)

נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.

דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר,

ווייל ער האט מיך געזאלבט,

כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט;

ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע,

און צו בלינדעווידער צו קענען זען,

די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,

האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה, וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן.

ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען.

Fazer conhecer

Dai graças ao Senhor, invocai o seu nome, fazei conhecidas as suas obras entre os povos.

צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט;

דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.

Seja o primeiro