Família de Deus
A família de Deus transcende laços de sangue. Em Cristo, somos adotados como filhos, irmãos uns dos outros e membros de uma família eterna — a Igreja.
Adotados por Deus
Recebemos o espírito de adoção pelo qual clamamos: Abba, Pai! Se filhos, também herdeiros — herdeiros de Deus e co-herdeiros com Cristo.
ווייל איר האט נישט באקומען דעם גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער. אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער. און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.
ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער! דערפאר ביסטו מער נישט קיין קנעכט, נאר א זון; און אויב א זון, (דאן) אויך א יורש דורך ה׳.
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן. ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן. עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון, צום לויב פון דעם כבוד פון זיין חסד, מיט וועלכן ער האט אונדז באגנעדיקט אין זיין געליבטן זון;
צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער, פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען),
וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.
A comunidade de fé
Não abandonem a congregação. Somos um corpo em Cristo, membros uns dos outros, chamados a amar e a servir.
נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.
אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה.
אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.
דעריבער זענט איר אזוי ארום מער נישט קיין גרים און נכרים, נאר איר זענט מיטבירגער פון די קדושים און ה׳ס בני בית, אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין; אין וועמען די גאנצע געביידע איז צוזאמענגעפאסט און וואקסט אויס צו א בית המקדש אין דעם האר (ג-ט); אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.
Quem é minha família?
Jesus disse: quem faz a vontade de Deus, esse é meu irmão e irmã. A família de Deus inclui todos os que creem.
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער? און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער.
און דער קנעכט בלייבט נישט אייביק אין הויז, דער זון אבער בלייבט יא אייביק.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.
אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער; אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט. געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.
דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.