Publicidade

Filho de Deus

Por Bíblia Online

Jesus é o Filho de Deus — a revelação suprema do Pai. Nele habita toda a plenitude da divindade e por Ele temos acesso ao Pai, à salvação e à vida eterna.

A revelação do Filho

O Filho é o resplendor da glória de Deus. Quem vê o Filho vê o Pai. Jesus é a imagem perfeita do Deus invisível.

וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג-טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן; ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.

און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.

קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.

יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך. דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג-ט.

Confissão e fé

Tu és o Cristo, o Filho do Deus vivo! Quem confessa que Jesus é o Filho de Deus, Deus permanece nele.

און ווען יהושע/ישוע איז געקומען אין די געגנטן פון קסריה פון פיליפוס, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די מענטשן, אז דער בר אנש איז? און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים. זאגט ער צו זיי: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג-ט!

ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים; און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!

ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳.

דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים. אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.

ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.

ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.

Vida no Filho

Deus enviou seu Filho ao mundo para que vivêssemos por Ele. O Filho dá vida, julga e reconcilia os pecadores com o Pai.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל. ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון, כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.

באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן. ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;

וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.

מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.

ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!

ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-