Publicidade

Fim do mundo

Por Bíblia Online

A Bíblia fala sobre o fim do mundo como evento certo e definitivo. Céus e terra passarão, mas as palavras de Jesus jamais passarão. A questão não é se, mas quando.

Os céus passarão

Os céus e a terra passarão, mas as palavras de Jesus permanecerão para sempre. O mundo presente é temporário.

דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,

און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.

נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין.

נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.

O dia do Senhor

O dia do Senhor virá como ladrão. Os céus passarão com grande estrondo, e os elementos se dissolverão no fogo.

דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.

די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.

אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים, דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ!

און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך. ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט. בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען. איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך;

איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך; דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער. ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט. נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה. ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,

Destruição e renovação

O Dia do Senhor trará juízo sobre os ímpios, mas também novos céus e nova terra onde habita a justiça.

און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.); און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט.

און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.

און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס; און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.

דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!

און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי. און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק!

Seja o primeiro
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-