Graça
A graça de Deus é favor imerecido. Pela graça somos salvos, pela graça vivemos, pela graça somos sustentados. É o dom mais precioso de Deus — dado a quem não merece.
Salvos pela graça
Pela graça sois salvos, mediante a fé, e isto não vem de vós — é dom de Deus. Não por obras, para que ninguém se glorie.
ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳; נישט פון מעשים (טובים), כדי קיינער זאל זיך נישט בארימען.
ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט, אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע;
אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע!
כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר.
Graça que capacita
A graça me basta, pois o poder se aperfeiçoa na fraqueza. Na graça, não estamos mais sob a lei, mas sob o favor de Deus.
ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום!
וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,
ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן, און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג-טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,
דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;
און דער ג-ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.
A graça de Deus
O Senhor é compassivo e gracioso, tardio em irar-se e grande em amor. Sua graça é nova a cada manhã.
Viver pela graça
A graça de nosso Senhor Jesus Cristo esteja convosco. Perdoando e confessando, experimentamos a graça restauradora.
דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.
לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.
נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן.