Irrepreensível
Ser irrepreensível não é ser perfeito — é viver com integridade diante de Deus e dos homens. A Bíblia nos chama a buscar uma vida reta, pura e sem manchas visíveis de hipocrisia.
O padrão divino
Deus é perfeito e chama seus filhos à integridade. A palavra de Deus é purificada e Ele é escudo dos que caminham na retidão.
Buscar a perfeição em Cristo
Todos tropeçamos em muitas coisas, mas o alvo é a maturidade. Cristo é a fonte da salvação eterna para todos os que lhe obedecem.
ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכוח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים.
א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג-ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;
האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.
Vida íntegra
Que a vossa alegria seja completa! Vivam em harmonia, sejam irrepreensíveis — transformados pela renovação da mente.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי מיין פרייד זאל זיין אין אייך, און אייער פרייד זאל ווערן פול.
ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
אויב דעריבער סע געפינט זיך וואסער טרייסט אין דעם משיח, אויב א מיטגעפיל פון ליבע, אויב א חברותאשאפט פון דעם גייסט, אויב רחמים און בארעמהארציקייט, מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה; גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין; נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס. זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע, וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג-ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳, נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן; און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים. דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען, כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד, און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג-ט דעם פאטער.
דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש; ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון. טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט. נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען; און איבער דעם דאזיקן זאלט איר זיך אויך פרייען און מיטפרייען מיט מיר.
און איך האף אין דעם האר יהושע/ישוע צו שיקן טימאטעוסן צו אייך אין גיכן, כדי איך זאל זיך אויך פילן בארואיקט, דערוויסנדיק זיך ווי עס דערגייט אייך. ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן. ווארום אלע זוכן זייערע אייגענע עסקים, נישט דאס, וואס איז שייך יהושע/ישוע המשיחן. איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה. האף איך דעריבער אים צו שיקן, אזוי גיך ווי נאר איך וועל זיך דערוויסן, וואס מיט מיר וועט געשען, און האב בטחון אין דעם האר, אז איך אליין וועל אויך באלד קומען צו אייך. איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט; ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען; ווארום ער איז טאקע געווען טויטקראנק; נאר ה׳ האט זיך מרחם געווען אויף אים, און נישט נאר אויף אים אליין, נאר אויך אויף מיר, כדי איך זאל נישט האבן טרויער אויף טרויער. איך האב אים דעריבער מער איילנדיק געשיקט, כדי איר זאלט זיך פרייען, ווידער זעענדיק אים, און איך זאל זיין אָן זארג. זייט זשע אים מקבל אין דעם האר מיט יעדער שמחה; און טיילט צו כבוד אזעלכע ווי ער איז; ווייל צוליב דעם ווערק פון משיח איז ער געקומען נאענט צום טויט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן כדי צו דערפילן דאס, וואס האט געפעלט אין אייער באדינונג פאר מיר.
זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.