Jesus me ama
Jesus me ama — essa certeza transforma vidas. O amor de Cristo não depende do nosso merecimento, mas da sua natureza. Ele nos amou primeiro, e nada pode nos separar desse amor.
Ele me amou primeiro
Nós amamos porque Ele nos amou primeiro. O amor de Deus se manifestou em nos enviar seu Filho como propiciação pelos nossos pecados.
מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט.
אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.
Amor inseparável
Nem a morte, nem a vida, nem qualquer outra criatura poderá nos separar do amor de Deus em Cristo Jesus nosso Senhor.
ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד? ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט.
און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט, און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן.
גייט דעריבער אין די דרכים פון ה׳, ווי געליבטע קינדער; און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.
Celebrar o amor de Jesus
O amor de Jesus é motivo de cântico e louvor. De manhã cantarei teu amor e à noite proclamarei tua misericórdia.
קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.
ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.