Jesus Cristo
Jesus Cristo é o centro de toda a Escritura — Deus encarnado, Salvador do mundo, Senhor dos senhores. Nele habita corporalmente toda a plenitude da divindade.
A divindade de Cristo
No princípio era o Verbo, e o Verbo estava com Deus, e o Verbo era Deus. Jesus é Deus revelado em carne humana.
אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג-ט.
אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג-ט. דאס דאזיקע איז געווען אין אנהויב ביי ה׳. אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן.
און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.
ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג-טהייט קערפערלעך,
ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג-טהייט קערפערלעך, און איר זענט אנגעפילט אין אים, וועלכער איז דער קאפ פון יעדער ממשלה און מאכט;
זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע, וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג-ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳, נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן;
זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע,
Jesus, o Filho de Deus
Tu és o Cristo, o Filho do Deus vivo! Jesus revelou o Pai e demonstrou sua autoridade divina por palavras e obras.
זאגט ער צו זיי: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג-ט! און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר-יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!
זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,
און געבוירן א זון,
און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,
(ישעיהו ז, יד.)
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז.
און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
און ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא? און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)
און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.)
און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט, און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
Eu Sou
Jesus disse: antes que Abraão existisse, Eu Sou. Ele se identificou com o nome divino revelado a Moisés na sarça ardente.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.
איך און דער פאטער זענען מיר איינס.
יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך. דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג-ט.
דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג-ט.
ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל. ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון, כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.
באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.
O Salvador e Senhor
Jesus é o caminho, a verdade e a vida. Não há outro nome dado entre os homens pelo qual devamos ser salvos.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
זאגט יהושע/ישוע צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער? צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה? האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער. און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה,
A supremacia de Cristo
Ele é o resplendor da glória de Deus e a expressão exata do seu ser. Toda a plenitude habita nele e por Ele tudo subsiste.
וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג-טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן; ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.
דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני-מאמין. ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.
צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.
Confessar a Cristo
Todo aquele que confessa que Jesus é o Filho de Deus, Deus permanece nele e ele em Deus. A fé em Cristo é a vitória.
ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳.
ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳.
דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים. אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.
דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים.
ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.
און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער?
און דאס דאזיקע איז דאס עדות: אז ה׳ האט אונדז געגעבן אייביק לעבן; און דאס דאזיקע לעבן איז אין דעם זון זיינעם. ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.
ווייל אויב דו וועסט מודה זיין מיט דיין מויל יהושען/ישוען אלס האר, און גלויבן מיט דיין הארץ, אז ה׳ האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, וועסטו געראטעוועט ווערן.
Viver em Cristo
Já não sou eu quem vive, mas Cristo vive em mim. Ele supre toda necessidade, dá paz e reina como Senhor.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
און מיין ג-ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע.
און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.
ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.
און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.
ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע, אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;
ווארום עס איז (דא) איין ג-ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע,
O Rei eterno
O Rei dos reis voltará em glória e majestade. Todo joelho se dobrará e toda língua confessará que Jesus Cristo é o Senhor.
און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה. און זיינע אויגן זענען ווי א פלאם פייער, און אויף דעם קאפ זיינעם האט ער א סך קרוינען; און א נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער קען נישט אחוץ ער אליין. און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט). און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס. און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן. און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.
דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין! האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג-ט!
און נאך א סך אנדערע נסים האט יהושע/ישוע געטאן פאר זיינע תלמידים, וואס שטייען נישט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר. און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.
דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט.
באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.
און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט. מיין פאטער, וואס האט זיי מיר געגעבן, איז גרעסער ווי אלע; און קיינער קען זיי נישט ארויסרייסן פון מיין פאטערס האנט. איך און דער פאטער זענען מיר איינס.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן. ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן. דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.
און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.
מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳.
ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.
זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.