Pular para o conteúdo
Publicidade

O juízo final

Por Bíblia Online

O juízo final é a conclusão da história humana. Todos os seres humanos comparecerão diante do trono de Deus para o julgamento eterno — os salvos para a vida, os ímpios para a condenação.

O grande trono branco

Vi um grande trono branco e os mortos diante de Deus. Os livros foram abertos e cada um foi julgado segundo as suas obras.

און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי. און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים. און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים. און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויטדער טייך פון פייער. און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.

זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.

זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים. איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף.

Preparação para o juízo

Deus estabeleceu um dia para julgar o mundo com justiça. Arrependei-vos, porque o juízo se aproxima e cada palavra será pesada.

ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.

איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין. מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.

ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט.

ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט. דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן! מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען; א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר! דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים! מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען: אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר, דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט? דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר! און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבערצום אייביקן לעבן.

Segurança em Cristo

Quem crê no Filho tem a vida eterna e não entra em juízo. O amor de Deus é nosso refúgio diante do juízo vindouro.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן. ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן. דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳. און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.

איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך. און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט: וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר; און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען; און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.

און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים. דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט. מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע.

ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.

אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.

און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין; אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.

ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע,

דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען.

און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן;

און אויב ער וועט זיך צוריקציען,

האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים.

(חבקוק ב, ג-ד.)

מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש.

דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער. ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט. נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה. ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,

Seja o primeiro

Este artigo te tocou? Faça uma oração!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.