Juízo
O juízo de Deus é manifestação de sua justiça e soberania. Ele julga o mundo, julga as nações e julga cada coração com perfeita equidade e misericórdia.
O juízo de Deus
Deus é juiz justo que prova os corações. Seu juízo é verdadeiro e alcança toda obra, secreta ou pública.
ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל. ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון, כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט. באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין. באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן. ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין; אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש. וואונדערט זיך נישט איבער דעם; ווייל א שעה קומט אָן, אין וועלכער אלע, וואס זענען אין די קברים, וועלן הערן זיין קול, און וועלן ארויסקומען; די, וואס האבן געטאן (מעשים) טובים, צו דער אויפשטייאונג פון לעבן; אבער די, וואס האבן געטאן (מעשים) רעים, צו דער אויפשטייאונג פון משפט.
איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט. אויב איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז מיין עדות זאגן נישט אמת.
איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך. און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט: וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר;
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך. איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן. און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר.
און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים. און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד.
Prestando contas
Cada um prestará contas de si mesmo a Deus. O juízo começa pela casa de Deus e depois alcança os que não obedecem ao evangelho.
דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען. איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג. דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען. ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.
אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.
טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער. איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.
ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?
דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן. און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט? אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג?
Justiça e redenção
O juízo de Deus é também redenção. Ele livrou Israel do Egito com juízos e salva os arrependidos pela cruz de Cristo.
נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג-ט; ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט. און א צווייטמאל האבן זיי געזאגט: הללויה! און דער רויך אירער שטייגט ארויף לעלמי עולמים!