Julgamento
O julgamento pertence a Deus. A Bíblia adverte contra o juízo precipitado entre irmãos e revela que Cristo é o juiz justo que julgará vivos e mortos com perfeita equidade.
Não julgueis
Jesus disse: não julgueis para que não sejais julgados. Com o juízo com que julgais, sereis julgados.
משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן.
משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן. מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.
משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן. מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן. און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט? אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג? דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג.
און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט?
און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;
און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;
און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן; גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
Julgar com justiça
Quando precisar avaliar, julgue segundo a justa aparência. Não julgue pela carne, mas pelo Espírito e pela verdade.
משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
איר משפט לויטן פלייש; איך משפט נישט קיינעם. און אויב איך משפט יא, איז מיין משפט אמת; ווייל איך בין נישט אליין, נאר איך און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.
דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.
דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳. און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.
O tribunal de Cristo
Todos compareceremos diante do tribunal de Cristo para prestar contas. Cada um dará conta de si mesmo a Deus.
ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.
אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט. ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג-ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג-ט. (ישעיהו מה, כג.) אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.
טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.
טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.
ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.
דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען.
דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;
דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן; און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן. צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט?
ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה;
אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.
אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Deus é o juiz
O Senhor julgará o mundo com justiça. O juízo de Deus é verdadeiro e justo — Ele conhece todos os segredos do coração humano.
און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.
און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים. און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.
Discernimento e graça
Temos um advogado junto ao Pai — Jesus Cristo. Não há condenação para os que estão em Cristo. Prove os espíritos.
קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע המשיחן, דעם צדיק;
געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.
דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים? אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן? צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות! און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך דיני ממונות, זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים? צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער?
אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן? צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות!
נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן; פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג-טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין;
בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט. איינער איז דער געזעצגעבער און שופט, דער, וועלכער איז בכוח צו ראטעווען און צו פארדארבן; ווער אבער ביסטו, וואס משפטסט דיין חבר?
נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט.
ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם. ווארום דער, וועלכער האט געזאגט: לא תנאף (זאלסט נישט נואפן) האט אויך געזאגט: לא תרצח (זאלסט נישט מארדן); ווען אבער דו נואפסט נישט, באגייסט אבער א מארד, ביסטו געווארן א פושע אין דער תורה. (שמות כ, יג-יד.) רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט.
דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים;
דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים; וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.
איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין.
ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.
ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין; אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש.
און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;