Publicidade

Frutos do Espírito

Por Bíblia Online

Os frutos do Espírito são evidências visíveis da presença de Deus na vida do crente. Amor, alegria, paz, paciência — são marcas que diferenciam os filhos de Deus no mundo.

O fruto do Espírito

O fruto do Espírito é amor, alegria, paz, paciência, amabilidade, bondade, fidelidade, mansidão e domínio próprio. Contra estas coisas não há lei.

די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה, ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.

ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכטווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייטאון פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג-ט);

די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש. און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.

אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳. ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט. איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.

וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט. אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.

Permanecer em Cristo

Quem permanece em Cristo dá muito fruto. Toda árvore boa produz bons frutos — e é pelo fruto que se conhece a árvore.

בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר. איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן.

אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים.

ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט. ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן. דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.

ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!

Semear e colher

Quem semeia na justiça colherá fruto de vida. Os frutos do Espírito são a colheita de uma vida plantada no Senhor.

און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף.

Seja o primeiro
Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-