Maria
Maria, mãe de Jesus, é honrada nas Escrituras como a mulher escolhida por Deus para trazer ao mundo o Salvador. Sua fé, humildade e obediência são exemplo para todos os cristãos.
A escolhida de Deus
O anjo Gabriel anunciou a Maria que ela seria mãe do Filho do Altíssimo. Ela respondeu com fé: 'Faça-se em mim segundo a tua palavra.'
און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג-ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)
און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.
O Magnificat
Maria cantou: 'Minha alma engrandece ao Senhor!' Seu cântico exalta a misericórdia, o poder e a fidelidade de Deus.
און מרים האט געזאגט:
עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר,
און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד;
ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער,
און הייליק איז זיין נאמען;
און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די,
וואס פארכטן זיך פאר אים.
מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם,
צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע,
און נידריקע האט ער דערהייבט;
הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן,
און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל,
געדענקענדיק זיין רחמנות,
אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות,
צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.
און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית-לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת. און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן, און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.
מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ.
און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.) און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.
און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט. און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז? און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט. און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.
Mãe fiel até o fim
Maria acompanhou Jesus desde o nascimento até a cruz. Ela estava entre os discípulos no Pentecostes, fiel em oração.
און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין. און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען. זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן. און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך. און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער? און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער.
איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה? און זענען דען נישט אלע זיינע שוועסטער ביי אונדז? פונוואנען זשע קומט צו אים דאס אלץ?
די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.
Este artigo te tocou? Faça uma oração!
+581 estão orando agora.
Junte-se à corrente de oração.