Marido e mulher
O casamento é aliança sagrada entre marido e mulher, instituída por Deus desde o Éden. A Bíblia define papéis complementares fundados em amor, respeito e fidelidade mútua.
Instituição divina
Deus criou homem e mulher e os uniu em uma só carne. O casamento é projeto divino que reflete o amor de Cristo pela Igreja.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה, און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש. דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.
Papéis no casamento
O marido ama e a mulher respeita. Ambos se submetem voluntariamente a Deus e um ao outro, em parceria e unidade.
איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט, כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער. אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה;
זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר, ווייל דער מאן איז דער קאפ פון דער פרוי, ווי אויך דער משיח איז דער קאפ פון דער קהלה; ער אליין איז דער רעטער פונם גוף. נאר ווי די קהלה איז אונטערטעניק צום משיח, אויך אזוי זאלן די פרויען (זיין) צו די מענער אין אלעם.
דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.
איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר. איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי.
אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער, צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה.
אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.
Fidelidade e união
O casamento é honroso e deve ser preservado com fidelidade. O cordão de três dobras não se rompe facilmente.
Permanecer juntos
O que Deus uniu, o homem não separe. A Bíblia protege o casamento e orienta sobre convivência, perdão e perseverança conjugal.
און וואס שייך דעם, וואס איר האט געשריבן; עס איז גוט פאר א מענטשן נישט אנצורירן א פרוי (ציטירן ניטציטירן). נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן. זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי. שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.
און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן; נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב.
אויב אבער דער אומגלויביקער וויל זיך שיידן, זאל ער זיך שיידן: אין אזעלכע פאלן איז דער ברודער אדער די שוועסטער נישט קנעכטיש געבונדן; דען ה׳ האט אייך גערופן (צו לעבן) בשלום. ווארום וואס ווייסטו, פרוי, אפשר וועסטו ראטעווען דעם מאן? אדער וואס ווייסטו, מאן, אפשר וועסטו ראטעווען דיין ווייב?
ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן.