Pular para o conteúdo
Publicidade

Materialismo

Por Bíblia Online

O materialismo é uma armadilha espiritual. A Bíblia alerta que o amor ao dinheiro é raiz de todos os males e nos chama a buscar tesouros no céu, não na terra.

O perigo das riquezas

Que aproveita ao homem ganhar o mundo inteiro e perder a sua alma? O materialismo engana e afasta do que realmente importa.

מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?

ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?

אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג.

ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע.

ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע.

Tesouros no céu

Ajuntai tesouros no céu, onde traça e ferrugem não consomem. O bom nome vale mais que muitas riquezas, e a sabedoria supera o ouro.

זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק. נאר זאמלט אייך איין אוצרות אין הימל, וואו נישט די מילב נישט דער זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן נישט אונטער און גנבענען נישט אוועק.

מחמת וואו דיין אוצר איז, דארט וועט אויך דיין הארץ זיין.

האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.

Contentamento e generosidade

Grande ganho é a piedade com contentamento. A cobiça é idolatria, mas a generosidade traz alegria e bênção.

יראת שמים אבער מיט צופרידנקייט איז א גרויס געווינס;

די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג-ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;

אייער ליבע זייטאָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט:

איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן,

איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן.

(דברים לא, ו.)

טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;

ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.

O invisível acima do visível

As coisas que se veem são temporais; as que não se veem são eternas. Devemos fixar os olhos no que é permanente e verdadeiro.

ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק.

אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים; נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים.

און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.

Seja o primeiro