Publicidade

Medo da morte

Por Bíblia Online

O medo da morte é universal, mas Cristo o venceu. A Bíblia ensina que para quem crê, a morte perdeu o aguilhão — não é mais motivo de terror, mas porta para a eternidade com Deus.

Cristo venceu a morte

Jesus assumiu carne e sangue para, pela morte, destruir o que tinha o poder da morte e libertar os que viviam em escravidão pelo medo dela.

דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן.

ווען אבער דאס דאזיקע פארדארבלעכע וועט אנקליידן אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע וועט אנקליידן אומשטערבלעכקייט, וועט דעמאלט מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן:

פארשלונגען איז דער טויט אין זיג:

אָ טויט, וואו איז דיין נצחון?

אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס?

(ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)

דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ; אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן. ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים,

A promessa da vida eterna

Quem ouve a Palavra e crê já passou da morte para a vida. O amor perfeito lança fora o medo, até o medo da morte.

באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.

האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,

באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק.

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע.

Não temas

Jesus disse: não temais os que matam o corpo. No vale da sombra da morte, o Senhor está conosco como pastor e protetor.

און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.

און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.

האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.

ווארום יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם הארס נאמען, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, ה.)

ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט. ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.

Seja o primeiro
Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-28_14-13-17-